Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.

Support the Forward

Funded by readers like you DonateSubscribe
Yiddish

געוועזענער שומרים־פֿירער אָנערקענט זיך פֿאַר שולדיק אין סעקסועלן פֿאַרברעכן מיט אַ דערוואַקסלינגFormer Shomrim leader pleads guilty to sex crime involving a teenager

יעקבֿ דאַסקאַל האָט דורכגעפֿירט די סעקסועלע מעשׂים אויף אַ 15־יאָריק מיידל אין ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי און שיקאַגע

יעקבֿ דאַסקאַל, דער 64־יאָריקער געוועזענער הויפּט פֿון דער באָראָ־פּאַרק חבֿרה שומרים, האָט זיך אָנערקענט פֿאַר שולדיק אין סעקסועל באַלעסטיקן אַ 15־יאָריק מיידל פֿון אויגוסט ביז נאָוועמבער 2017.

צוליב דעם וואָס דאַסקאַל איז געווען מיטן מיידל אין דרײַ באַזונדערע שטאַטן — ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי און אילינוי — ווערט דער ענין דורכגעפֿירט דורכן פֿעדעראַלן יוסטיץ־דעפּאַרטאַמענט.

מיטוואָך האָט דער יוסטיץ־דעפּאַרטאַמענט צעשיקט אַ מעלדונג וועגן דאַסקאַלס שולד־אָנערקענונג אויף ייִדיש, אָנגעבנדיק אַלע פּרטים פֿונעם ענין. „קיינער שטייט נישט העכער פֿונעם געזעץ,“ איז געשטאַנען אינעם קאָמוניקאַט.

דאַסקאַל וועט פֿאַרמישפּט ווערן צו צווישן 14 און 17 יאָר תּפֿיסה און וועט זיך רעגיסטרירן ווי אַ סעקס־פֿאַרברעכער נאָכן דערקלערן זיך שולדיק אין פֿירן אַ מיידל פֿון איין אָרט צו אַ צווייטן מיט דער כּוונה צו באַגיין סעקסועלע פֿאַרברעכנס.

דאַסקאַלס שולד־אָנערקענונג קומט פֿינעף יאָר נאָך דעם ווי ער איז אַרעסטירט געוואָרן און אָפֿיציעל באַשולדיקט געוואָרן אין סעקסועלע פֿאַרברעכנטס קעגן דעם מיידל. אָנגעהויבן האָט זיך עס ווען דאָס מיידל, פֿון אַ פֿרומער ייִדישער משפּחה אין באָראָ־פּאַרק, האָט פֿאַרטרויט אַ מורה־דרך אירער, אַז ס׳איז איר געוואָרן שווער אויסצוקומען מיט דער משפּחה. לויט די פּראָקוראָרן האָט דאַסקאַל זיך אונטערגענומען צו העלפֿן דעם מיידל און האָט דערנאָך זי אָנגעהויבן צוגרייטן אויף צו באַגיין סעקסועלע מעשׁים אויף איר.

די פּראָקוראָרן האָבן צוגעגעבן אַז דאַסקאַל האָט אויסגעניצט זײַן חשובֿע פּאָזיציע כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז זי זאָל קיינעם נישט אויסזאָגן וועגן דעם.

„דורכויס דעם באַעוולען האָט דער באַשולדיקטער אָנגעזאָגט דעם קרבן אויסצומעקן זייערע קאָמוניקאַציעס און איר געוואָרנט קיינעם נישט צו דערציילן איבער זייערע סעקסועלע באַציִונגען.“  ער האָט זי אויך געוואָרנט אַז „עס וועט איר חרובֿ מאַכן דאָס לעבן אויב פֿאַרציילט זי עמעצן איבער זייערע באַציִונגען.“

Dive In

    Engage

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.