Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.

Support the Forward

Funded by readers like you DonateSubscribe
Yiddish

חוה לאַפּין: „קענען ייִדיש קען מען נאָר פֿון שלינגען ביכער, פֿון רעדן און פֿון שרײַבן“Chava Lapin: ‘The only way to know Yiddish is by devouring Yiddish books, speaking and writing it’

פֿיליפּ שוואַרץ דערקלערט פֿאַר וואָס צו אירע שלושים האָט שטאַרק געפּאַסט צו פּראַווען אַ סיום משניות.

דעם 23סטן יולי (ה׳ אָבֿ תּשפּ״ג) האָט מען געפּראַװעט די שלושים פֿון חוה לאַפּין ע״ה מיט אַ סיום משניות — פֿאַרטײַטשט און מיט פּירושים פֿון איר פֿעטער, דעם מלומד און שרײַבער, שׂמחה פּיעטרושקאַ. װער ס׳האָט פֿאַרפֿעלט די אַזכּרה, קען זיך איצט צוקוקן צו אַ יוטוב־רעקאָרדירונג פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס.

דעם צונױפֿקום האָט דערעפֿנט שײן בײקער. װײַטער האָט רײזל פֿישמאַן־קאַנדיב, איר צו לענגערע יאָר, לאַפּינס אַ נאָענטע חבֿרטע פֿון מאָנטרעאָל, מספּיד געװען די נפֿטרת. אױך דער ייִדיש־פֿאָרשער און לעקסיקאָגראַף הערשל גלעזער האָט געהאַלטן אַ הספּד. די מערסטע צײַט האָט מען אָבער טאַקע אָפּגעגעבן דעם לערנען.

אַ שפּירעװדיקער לײענער — צי לײענערין — מיט אַ פּראָגרעסיװן קוק אױף דער װעלט װעט אפֿשר פֿרעגן: ס׳טײַטש, אַזאַ חשובֿע פּערזענלעכקײט, אַ גרױסע לערערין און ייִדיש־קולטור־טוערין װאָס פֿאַרמאָגט אַלײן גענוג מעלות און זכותים, און דאָך לערנט מען לכּבֿוד איר משניות אין איר פֿעטערס איבערזעצונג? ניט שױן זשע איז איר ייִחוס־עצמה ניט גענוג און מע קען זיך ניט באַגײן אָן אַ מאַנצביל אַ למדן?

װי מע האָט דערקלערט, זײַנען אָבער דאָ עטלעכע סיבות פֿאַר וואָס דער אַלטער מינהג פֿון לערנען אַ משנה לכּבֿוד דעם ניפֿטר אָדער דער נפֿטרת איז דאָ געווען גוט צוגעפּאַסט. ד״ר גלעזער האָט באַמערקט, אַז לאַפּין האָט געאַרבעט אַ סך אױפֿן תּחום פֿון ייִדיש־קולטור, נאָר אַלע מאָל בלױז כּדי אױפֿצוטאָן עפּעס לשמה און קײן מאָל ניט צוליב כּבֿוד. קײן גרױסהאַלטערקע איז זי ניט געװען און אַפֿילו געטענהט אַז מע דאַרף ניט דערמאָנען איר מיטאַרבעט בײַם צונױפֿשטעלן דאָס אַרומנעמיקע ענגליש־ייִדישע װערטערבוך פֿון דער ייִדיש־ליגע. דרינגען מיר דערפֿון אַז זי אַלײן װאָלט מסתּמא ניט געװאָלט מע זאָל זי לױבן צופֿיל.

אָבער די הױפּט־סיבה פֿאַר װאָס אַ סיום פֿון אַ מסכתּא משניות פּאַסט פֿאַר דער דאָזיקער אָקאַזיע, געפֿינען מיר אין אַ שמועס װאָס באָריס סאַנדלער — דער פֿריִערדיקער רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרװערטס — האָט פֿאַרפֿירט מיט חוה לאַפּינען אין 2010 און װאָס מע האָט דעמאָלט אָפּגעדרוקט אינעם געוועזענעם זשורנאַל צוקונפֿט. (מע האָט לעצטנס צוטריטלעך געמאַכט דעם נומער מיט יענעם אינטערװיו אָט דאָ.) ניט געקוקט אױף דעם װאָס לאַפּין האָט צו ערשט געמאַכט אַ קאַריערע װי אַ ביאָ־כעמיקערין, האָט זי פֿאָרט קײן מאָל ניט אָפּגעלאָזט ייִדיש. נאָר װאָס דען, שמועסנדיק װעגן ייִדיש־לערערײַ, האָט זי געטענהט אַז „אָפּלאָזן טאָר מען עס נישט — מע לאָזט דעמאָלט אָפּ אױף הפֿקר אַ יאָרטױזנט ייִדיש־לעבן.“ בײַ איר איז דאָס גאַנצע לעבן געװען „אײַנגעװיקלט אין ייִדישן המשך, אין ייִדישן באַװוּסטזײַן“, װי מיר לײענען אינעם אינטערװיו.

אָט אַזאַ מין צוגעבונדנקײט צו טראַדיציאָנעלן ייִדישקײט, אַ געטרײַשאַפֿט צו דער דור־דורותדיקער קולטור־ירושה האָט זיך אױך געשפּירט אינעם רירנדיקן און בכּבֿודיקן צונױפֿקום צו לאַפּינס שלושים. דער שרײַבער און פֿאָרשער מײַקל װעקס האָט געלערנט מיטן עולם די לעצטע משנה פֿון דער מסכתּא תּענית. אײדער ער האָט אָנגעהױבן מיטן עצם לערנען האָט ער דערמאָנט אַז לערנען משניות לעילוי נשמתה פֿון אַ פֿאַרשטאָרבענער איז אַ מינהג פֿון קדמונים אָן, און ס׳איז אַ פֿירונג צו מאַכן אַ סיום צו די שלושים נאָך דער פּטירה פֿון אַ ייִדן.

דאָס װאָרט „משנה“ (דאָס חזרן) האָט, כּידוע, די זעלבע אותיות װאָס „נשמה“ (זעל, לעבן). אַחוץ דעם האָט דער ענין לערנען אָבער אַ ספּעציעל שײַכות צום לעבן פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער, חוה לאַפּין ע״ה. אינעם אױבן ציטירטן שמועס מיט, יבדל לחיים, סאַנדלערן, דערצײלט זי אַז בײַ איר אין דער משפּחה איז „געװען אַ דרך־ארץ פֿאַרן לערנען, פֿאַרן קענען. און בײַ אַלע קינדער, צי זײ זײַנען געװען סאָציאַליסטן, קאָמוניסטן, מזרחיסטן — װאָס פֿאַר אַ לעבנס־שטײגער זײ האָבן זיך אױסגעקליבן — איז מיטגעגאַנגען דער תּוך, דער עיקר, אַז מע דאַרף לערנען, מע דאַרף זיך אָנשעפּן מיט װיסן פֿון אַלע קװאַלן.“

דעם דאָזיקן אָפּשאַץ פֿאַרן לערנען און קענען דערקלערט לאַפּין מיט די באַנעמען — ייִחוס און המשך. דער טאַטע, הענעך פּיעטרושקאַ, איז געװען אַ „פֿײַערדיקער למדן“. װײַזט אױס אַז דאָס האָט ער איבערגעגעבן די קינדער די דאָזיקע פֿײַערדיקע ליבשאַפֿט צום לערנען. הענעכס ברודער, שׂמחה־בונים, װידער, האָט מען גערופֿן דעם „פּראַגער עילוי“. (אױף פּראַגע, אַן אַרבעטער־װױנגעגנט אין װאַרשע, האָט געװױנט די משפּחה.) אָט דער אײגענער שׂמחה פּיעטרושקאַ האָט שפּעטער מחבר געװען די ייִדישע פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע און די משניות מיט נקודות, פֿאַרטײַטשט און דערקלערט אױף ייִדיש.

ניט געקוקט אױף דעם װאָס לאַפּין האָט שױן לאַנגע יאָרן געהאַט געװױנט און געאַרבעט אין ניו־יאָרק, האָט מען אין מאָנטרעאָל אײביק געדענקט דאָס מײדל חוה פּיעטרושקאַ און זי אַלע מאָל מקבל־פּנים געװען װי אַן אײגענע, דערמאָנענדיק דערבײַ איר ייִחוס מצד דעם פֿעטער. בעת אַ לעקציע װאָס לאַפּין האָט אין 1991 געהאַלטן אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל, האָט זי מיט שטאָלץ דערמאָנט אַז דער פּראַגער עילוי איז געװען בכּוח צו לערנען פֿון אױסנװײניק אַ גאַנצע מסכתּא פֿון דער גמרא. דװקא אַזױנס פֿלעגט זי דערמאָנען — ניט דאָס װאָס פּיעטרושקאַ איז געװען אַ פּאָליגלאָט און האָט נאָך בשעת דער ערשטער װעלט־מלחמה געענדיקט דעם װאַרשעװער ראַבינער־סעמינאַר „תּחכּמוני“, צי זײַן זשורנאַליסטישע אַרבעט אין משך פֿון צענדליקער יאָרן.

פּונקט װי דער פֿעטער, איז אױך די פּלימעניצע געװען אַ גרױסער בעל־זכּרון. דער מחבר פֿון דעם „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך“, נחום סטוטשקאָװ, האָט זי דעריבער שטאַרק געשאַצט. סטוטשקאָװ איז, אַגבֿ, געװען לאַפּינס מאַמעס אַ בן־עיר און האָט הנאה געהאַט פֿון דעם װאָס חוה האָט געקענט און געניצט די זעלביקע אױסדריקן װאָס ער. הערשל גלעזער האָט דערמאָנט, אַ שטײגער, אַז בײדע פֿלעגן זאָגן „הײבן די באַרקעס“ אָנשטאַט „קװעטשן מיט די פּלײצעס“.

װאָס שײך אַ המשך, האָט לאַפּין אַרױסגעזאָגט איר דעה, װי ס׳דריקט זיך אױס גלעזער, „מיט באַקצײנער“. זי האָט גוט געקענט די ייִדישיסטישע סבֿיבֿה, געלערנט דורות ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך — זינט 1974 אין קאָלאָמביע אױף די זומער־פּראָגראַמען, שפּעטער אױך בײַם אַרבעטער־רינג. פֿון אַן אמתדיקן ייִדיש־לערער האָט זי געפֿאָדערט אָט װאָס:

„מע דאַרף האָבן פֿולע אַרבל מיט ייִדיש װיסן, כּדי אױסצוברײטערן בײַם סטודענט סײַ די קענטעניש, סײַ דעם שטח. ייִדיש איז אַ לעבנס־שטײגער, אַ פֿילאָסאָפֿיע, ס׳איז אַ חלום, אַז מע קען אױסבױען עפּעס, װאָס איז ייִדישלעך אױף ייִדיש. הײַנט מײנט מען, אַז מיטן זינגען אַ לידל אױף ייִדיש איז מען יוצא און מיט עסן פֿון צײַט צו צײַט אַ בײגל מיט לאַקס האָט מען שױן אָפּגעגעבן דעם חובֿ, אױפֿן גאַנצן יאָר, פֿון ייִדישקײט. ייִדישקײט — איז קלעזמער, גאַסטראָנאָמיע און אַ ייִדישע ’האָפּקע‘. װאָס? װען? ייִדישקײט איז אָדער אַ פֿאַרנעם, אָדער לאָזט צו רו! קענען ייִדיש קען מען נאָר פֿון שלינגען ביכער, פֿון רעדן, פֿון שרײַבן.“

אַזױ אַרום איז — מיט װעקסעס װערטער גערעדט — טאַקע נאה ויאה, סײַ פּאַסיק און סײַ שײן, צו לערנען איר לכּבֿוד. על אַחת כּמה וכּמה איז שײך צו לערנען משניות אין פּיעטרושקאַס איבערזעצונג, בפֿרט נעמענדיק אין אַכט װאָס אין איר קורס װעגן לשון און שטײגער פֿלעגט לאַפּין לערנען די סדרה פֿון דער װאָך אין תּרגום־יהואש.

אױסגעקליבן האָט װעקס די מסכתּא תּענית צוליב דעם װאָס די שלושים זײַנען אױסגעפֿאַלן אין די נײַן טעג פֿון ראָש־חודש אָבֿ ביז תּשעה־באָבֿ. אין דער לעצטער משנה (פּרק ד, משנה ח) לערנט מען טרײסטװערטער, דאָס הײסט, נאָכן אַרומרעדן דעם תּענית אום תּשעה־באָבֿ, שטעלט מען זיך דאָ אָפּ אױפֿן יומא־דפּגרא (דעם האַלבן יום־טובֿ) חמישה־עשׂר באָבֿ (ט״ו באָבֿ). אין אַ צײַט פֿון אַבֿלות פֿאַר כּלל־ישׂראל (די נײַן טעג), און פֿאַר דער ייִדיש־װעלט בפֿרט, נאָר ספּעציעל, פֿאַרשטײט זיך, פֿאַר לאַפּינס קרובֿים און פֿילצאָליקע פֿרײַנד און תּלמידים, איז געװען גוט צו הערן װי מע דערמאָנט די אַמאָליקע ישועות ונחמות און די קומענדיקע טרײסט פֿאַרן פֿאָלק ישׂראל. דערצו איז לערנען דװקא אָט די משנה אױך געװען שײן און שײך צוליב דעם װאָס מע רעכנט דאָרט אױס די מעלות פֿון אַן אשת־חיל, פֿון אַן ערלעכער ייִדישער טאָכטער װאָס האָט גרױסע פֿאַרדינסטן און שטאַמט פֿון אַ דערהױבענעם ייִחוס — אין קורצן, אַזאַ װי חוה לאַפּין איז געװען.

זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן.

Dive In

    Engage

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.