Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.

Support the Forward

Funded by readers like you DonateSubscribe
Yiddish

פֿאַר וואָס חדר־ייִנגלעך האָבן תּישעה־באָבֿ געוואָרפֿן שטעכלדיקע בערעלעך Why Jewish boys in the shtetl threw prickly burdock burrs on Tisha B’Av

צווישן די אַנדערע מנהגים אין דעם טרויערטאָג: דאָס טראָגן צעריסענע קליידער און דאָס אַרײַנלייגן קנאָבל אין קעשענע ווען מע גייט אויפֿן בית־הקבֿרות

כאָטש תּישעה־באָבֿ איז אונדזער נאַציאָנאַלער טרויערטאָג האָבן די קינדער אין שטעטל פֿאָרט געהאַט הנאה פֿון פֿאַרשיידענע תּישעה־באָבֿ־טראַדיציעס. לאָמיר אַרומרעדן צוויי פֿון זיי: דאָס וואַרפֿן שטעכלדיקע בערעלעך און דאָס אַרײַנשטעקן קינדערשווערדלעך אין די קבֿרים אויפֿן הייליקן אָרט. ביידע מינהגים האָבן עקזיסטירט איבער אַ ברייטער טעריטאָריע סײַ אין ליטע, סײַ אין רומעניע, סײַ אין אוקראַיִנע.

די חדר־ייִנגלעך האָבן געזאַמלט בערעלעך און זיי געוואָרפֿן אין די בערד פֿון עלטערע ייִדן ווײַל זיי — די קינדער — האָבן געוווּסט אַז די דערוואַקסענע דאַרפֿן „זיך מאַטערן“ במשך פֿונעם טרויערטאָג. די שטעכיקע געוויקסן האָבן זיי געפֿונען לעבן וואַסער; אינעם בית־עולם, אָדער אויף אַלע „פּוסטע פֿעלדער וועלדער“. דער לובלינער שרײַבער הרבֿ יהושע שפּעטמאַן האָט אין זײַנע זכרונות דערקלערט, אַז די קינדער האָבן זיך שוין צוגעגרייט מיט די בערעלעך ערבֿ־תּישעה־באָבֿ. מע האָט זיי געוואָרפֿן „בײַ נאַכט נאָך די קינות“. אין די זכרונות פֿונעם רומענישן ייִד חיים זײַדמאַן האָט מען געוואָרפֿן די בערעלעך אין די בערד בעת מע האָט געזאָגט די קינות אין שיל. דאָס הייסט חוצפּה!

שפּעטמאַנס זיידע, באַקאַנט ווי ר׳ משה חסיד, האָט געהאַט אַ גרויסע, ברייטע באָרד און האָט צום אייניקל געזאָגט: „זאָלסט נאָר ניט ׳מכבד׳ זײַן מײַן באָרד מיט אַלע בערעלעך“. שפּעטמאַן שרײַבט אָבער, אַז די עלטערע ייִדן האָבן דווקא מקבל באהבֿה געווען די בערעלעך. אינעם מאָלדעוויש שטעטל פֿון י. קאַראָ האָט מען אויך געוואָרפֿן די בערעלעך אין די האָר פֿון יונגע מיידלעך, אָבער די מיידלעך האָבן זיך געהאַט צוגעגרייט דורכן טראָגן גרויסע קאָפּטיכלעך.

זײַדמאַן דערציילט, ווי מע האָט זיך אָנגעטאָן אין „די ערגסטע“ קליידער, אַפֿילו צעריסענע. אינטערעסאַנט, וואָס אין בוקעווינע, האָט מען זיך אויך אָנגעטאָן אַלטע קליידער פֿאַר שבת־הגדול, ווי אַ פֿאַרגלײַך מיט די שפּאָגל־נײַע קליידער וואָס מע טוט אָן עטלעכע טעג שפּעטער, לכּבֿוד פּסח גופֿא. דער חילוק צווישן דעם שבת־הגדול־מינהג און דער תּישעה־באָבֿ־טראַדיציע איז אָבער אַ גרויסער. שבת־הגדול טראָגט מען די אַלטע קליידער ווי אַ סימבאָל פֿון דער קומעדיקער נײַקייט און פֿרישקייט. אָבער אַז מע טראָגט אַלטע, קויטיקע קליידער תּישעה־באָבֿ מיינט עס אָרעמקייט, צעשטערונג און טרויער.

אין ספֿר טעמי־המנהגים שטייט, אַז מען לייגט אַרײַן קנאָבל אין קעשענע תּישעה־באָבֿ ווען מע גייט אויפֿן בית־הקבֿרות „ווײַל קנאָבל מאַכט אַנטלויפֿן די חיצונים [די דרויסנדיקע, דאָ געמיינט שדים]”.

ערבֿ־תּישעה־באָבֿ האָבן די ייִנגלעך אויך צוגעגרייט שווערדלעך געמאַכט פֿון שינדלען אָדער האָלץ און זיי אַרײַנגעשטעקט אין די קבֿרים אויפֿן בית־עולם. צי מע מיינט שינדלעך געמאַכט פֿון בלעך, צי פֿון אַן אַנדער מאַטעריאַל איז נישט קלאָר. דעם מינהג באַשרײַבט מען אין אַ צאָל זכרונות אָבער אַן אויסטײַטש פֿונעם מינהג איז שווער צו געפֿינען. מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז די שווערד זענען לזכּרון די געשאָכטענע ייִדן און קעמפֿער פֿון ביתּר וואָס די רוימער האָבן אומגעבראַכט אינעם טאָג פֿון תּישעה־באָבֿ מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק.

אין אַ. שׁ. זאַקס ליטווישן שטעטל זשאַגער זענען די חדר־ייִנגלעך געגאַנגען צוזאַמען אין אַ גרויסער כאָפּטע צום „ריינעם אָרט“ , דעם בית־עולם, די שווערדלעך בײַ דער זײַט. מען האָט אויך מיטגענומען שמעקטראָפּנס אויב סע וועט עמעצער, חלילה, חלשן. „אַ תּענית אָן שמעקטראָפּנס האָט געהאַט אַזאַ מין טעם ווי אַ סדר אָן חרוסת, ווי פּורים אָן אַ גרעגער, ווי חנוכּה אָן אַ דריידל און ווי ראָש־חודש אלול אָן אַ שופֿר,“ שרײַבט זאַקס. די אַפּטייקערס האָבן שוין געוווּסט, אַז פֿאַר תּישעה־באָבֿ דאַרף מען צוגרייטן די פֿלעשלעך. אַגבֿ, געדענק איך אין דער שיל וווּ איך האָב געדאַוונט אין בראָנקס האָט זיך אויך געטראָפֿן, אַז מען האָט, נעבעך, געחלשט בײַם פֿאַסטן און מענטשן האָבן געהאַט בײַ זיך די שמעקטראָפּנס כּדי זיך אויפֿצומינטערן.

ווען זאַקסעס חבֿרה מיט די שווערדלעך זענען אָנגעקומען אויפֿן הייליקן אָרט האָט מען אַרײַנגעשטעקט די שווערדלעך אין די „יונגע קבֿרים“ און נאָך דעם געזאַמלט די שטעכיקע בערעלעך.

אין זײַנע שטעטלדיקע זכרונות פֿון אוקראַיִנע שרײַבט ב. גאָרין פּרטימדיק ווי די ייִנגלעך האָבן זיך געגרייט מיט די שווערדלעך שוין בײַם אָנהייב פֿון די נײַן טעג. אין שטעטל האָבן געוווינט קאָזאַקן, איז דער מוסטער פֿון אַ שווערד געווען מיט אַן אויסגעבויגענעם קלינג. נישט אַלע קינדער האָבן געקענט אײַנבייגן דעם קלינג ווי די קאָזאַקן, האָט מען געמאַכט פּשוטערע שווערדלעך.

דער פֿאָלקלאָר פֿון בערעלעך און שווערדלעך באַווײַזן, אַז ייִדישע קינדער האָבן געקענט געפֿינען אַ ביסל פֿרייד אַפֿילו אינעם טרויערטאָג פֿון תּישעה־באָבֿ.

Dive In

    Engage

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.