Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.

Support the Forward

Funded by readers like you DonateSubscribe
Yiddish

טשיקאַוועסן: בעלגישע ישיבֿה־בחורים באַקעמפֿן מיסיאָנערן • ירושלימער מאַרק מחנה יהודה ווערט 100 יאָר Tidbits: Belgian Yeshiva students battle missionaries • Jerusalem’s Mahane Yehuda market turns 100

נאָך דעם ווי מיסיאָנערן האָבן אויפֿגעשטעלט אַ טישל צו פֿאַרשפּרייטן זייער ליטעראַטור האָבן די ישיבֿה־לײַט געטאָן דאָס זעלבע

Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!

If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.

Listen to the report here:

הערט דעם אוידיאָ דאָ:

בעלגישע ישיבֿה־בחורים באַקעמפֿן מיסיאָנערן • ירושלימער מאַרק מחנה יהודה ווערט 100 יאָר

אויף די ייִדישע גאַסן אין אַנטווערפּן, בעלגיע, האָט אַ גרופּע מיסיאָנערן לעצטנס אויפֿגעשטעלט טישלעך, וווּ זיי פּרוּוון פֿאַרפֿירן שמועסן און אויסטיילן פּאַמפֿלעטן וועגן דעם קריסטלעכן גלויבן צו פֿאַרבײַגייער.

כּדי צו באַקעמפֿן די פֿאַרשפּרייטונג פֿון זייערע געדאַנקען צווישן אומוויסנדיקע ייִדן האָט אַ גרופּע בחורים פֿון דער אָרטיקער ליבאַוויטשער ישיבֿה „תּומכי תּמומים“ אַליין אויפֿגעשטעלט אַ טישל האַרט לעבן די מיסיאָנערן. אַזוי האָפֿן זיי צו דערקלערן די פֿאַרבײַגייער וואָס ס׳איז דער אמתער ציל פֿון אָט די מיסיאָנערן: זיי איבערצופֿירן צום קריסטלעכן גלויבן.

הגם ס׳רובֿ ייִדן אין דער בעלגישער קרוינשטאָט זענען סעקולער, געפֿינט זיך אין אַנטווערפּן די גרעסטע חסידישע קהילה אין גאַנץ אייראָפּע, אַרײַנגערעכנט בעלזער, גערער, באָבעווער, ליבאַוויטשער, וויזשניצער און סאַטמערער חסידים.

בשעת מע פּראַוועט הײַיאָר דאָס הונדערטסטע יאָר פֿונעם גרויסן פּאָפּולערן מאַרק אין ירושלים, מחנה יהודה, איז קלאָר אַז דער מאַרק האָט זיך שטאַרק געביטן זינט ער איז געגרינדעט געוואָרן בעת דער אָטאָמאַנישער תּקופֿה: מע פֿאַרקויפֿט הײַנט אַ סך ווייניקער גרינסן ווי אַמאָל.

יאָרן לאַנג האָט מען אין מאַרק פֿאַרקויפֿט פֿרישע פּאָמידאָרן, אוגערקעס און אַנדערע גרינסן פֿון דער פֿאַרם, ווי אויך הינדל, רינדערן פֿלייש, פֿיש, שטובזאַכן און אַפֿילו קליידער. הײַנט איז דער מאַרק גיכער באַקאַנט פֿאַר זײַנע רעסטאָראַנען, באַרן, בעקערײַען, קאַוועהײַזער און אַפֿילו אַ צירונג־געשעפֿט.

„ס׳איז נישט געפֿערלעך, אַז ס׳איז דאָ אַ געמיש פֿון געשעפֿטן,“ האָט געזאָגט טלי פֿרידמאַן, אַ שעף וואָס פֿירט אָן מיטן פֿאַרבאַנד פֿון די מאַרק־הענדלער אין מחנה יהודה. „פֿאָרט — זאָגט זי — דאַרף מען געפֿינען אַ באַלאַנס צווישן דעם אַלטן און דעם נײַעם אינעם מאַרק וואָס אַזוי פֿיל מענטשן האָבן ליב.“

Dive In

Engage

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.