ווידעאָ: זי האָט זיך פֿאַרליבט אין שבתי צבֿי WATCH: She’s fallen in love with Shabbatai Zevi
מענדי כּהנא און מירי רעגנדאָרפֿער שטעלן פֿאָר אַ הומאָריסטישע סצענע אינספּירירט פֿון באַשעוויסעס „דער שׂטן אין גאָריי“.
לעצטנס האָט „אסתּרס קאַבאַרעט“ אויפֿגעפֿירט אַ סעריע סקיצן און לידער פֿאַרבונדן מיט דער טעמע „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן“, דאָס הייסט — פֿאַלשע משיחן. די פּראָגראַם האָט אַרײַנגענומען אַ קורצע הומאָריסטישע סצענע פֿון יעד בירן, אין וועלכער מענדי כּנהא און מירי רעגנדאָרפֿער שפּילן אַ מאַן און ווײַב, וואָס זענען אָנהענגער פֿונעם פֿאַלשן משיח שבתי צבֿי. ווי מע קען זען פֿון דער סצענע, וואָס איז אינספּרירט געוואָרן פֿון יצחק באַשעוויסעס ראָמאַן „דער שׂטן אין גאָריי“, איז די פֿרוי אַ פּנים אַ ביסל צו פֿיל פֿאַרליבט אין שבתי צבֿין!
צוזאַמען מיט דער סקיצע טרעט אויך אויף די זינגערין דגנית דדו מיט אַ ליד אויף דזשודעזמע און ייִדיש.